די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויפגעלייגט דעם פירער פון דעם פאליטישן פליגל פון 'כאמאס' אויף איר טעראר-ליסטע.

איסמאַאיל כאַניע איז אין 17' אויפגענומען געווארן אלס דער פירער פונעם פאליטישן פליגל פון כאמאס, וועמענס 'מיליטערישע' אפטיילונג ווערט פאררעכנט אלס א טעראר-גרופע אין מערערע לענדער, אריינגערעכנט מדינת ישראל, די פאראייניגטע שטאטן, און דעם אייראפעאישן פאראיין.

מיט'ן ארויפגיין אויף דער ליסטע, וועט די אמעריקאנער רעגירונג איינפרירן אלע פארמעגנס וואס כאניע פארמאגט אין אמעריקע, און אמעריקאנער בירגער און פירמעס וועלן נישט טארן האנדלען מיט דעם כאמאס-פירער.

אין דער החלטה, האט דער סטעיט דעפארטמענט אנגעוויזן אז 'כאמאס' איז פאראנטווארטליך אויפ'ן טויט פון כאטש 17 אמעריקאנער בירגער.

כאמאס, א טעראר-גרופע וואס קאנטראלירט עזה, האט פאר זיך גענומען א ציל צו פארניכטן מדינת ישראל, און געפינט זיך אין כסדר'דיגן קאנפליקט מיט פאטאך, דער פארטיי פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל