אן איראנער-אמעריקאנער מאן און פרוי זענען דורכ'ן טעהראנער געריכט פאראורטיילט געווארן צו 27-יעריגע און 16-יעריגע טורמע-טערמינען, נאכ'ן געפונען ווערן שולדיג אויף שפיאנאזש קלאגעס.

די צוויי, וועלכע פארמאגן בירגערשאפט און איראן און די פאראייניגטע שטאטן, זענען ארעסטירט געווארן אינעם ארטיגן לופטפעלד יולי 16'.

צווישן אנדערן, זענען די צוויי באשולדיגונג געווארן פאר'ן אויפנעמען ביי זיך אין שטוב דיפלאמאטן און געסט פון אנדערע לענדער, ווי אויך פאר'ן דערביי סערווירן אלקאהאלישע געטראנקען, א זאך וואס איז פארבאטן אין דעם איסלאמישן רעפובליק.

די צוויי זענען נישט קיין מוסולמענער און באלאנגען צו אן אנדערער רעליגיעזער גרופע, וואס זענען לויט'ן איראנישן געזעץ אויסגעשלאסן פונעם אלקאהאל-פארבאט.

דער סטעיט דעפארטמענט האט פארעפנטליכט אן אויפפאדערונג צו איראן, צו "זאפארט באפרייען אלע אמעריקאנער בירגער" וואס ווערן אומגעזעצליך פארהאלטן אין איראן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל