א באריכט פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער דעקט אויף אז א מיסיל פראבע וועלכע איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט אין די איזאלירטע נארט קארעא האט באטראפן א שטאט אין נארט קארעא, און האט מעגליך אויך אנגעמאכט שאדנס און פאטאליטעטן, די אינצידענט האט פאסירט פאריגן אפריל, נאכדעם וואס דריי פראבעס נאכאנאנד זענען דורכגעפאלן. די מיסיל האט אראפגעקראט ארום א מינוט נאכ׳ן ווערן ארויסגעשאסן און האט באטראפן דעם שטאט קאטשון און האט געלאנדעט אויף א קאמפלעקס פון געביידעס ווי עס האבן זיך מעגליך געפונען ארבייטער. צוליב די שטארקע איזאלאציע פון די רעזשים איז אוממעגליך צו באקומען מער אינפארמאציע איבער די צאל פאטאליטעטן און די גרויסקייט פון די שאדנס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל