די פראנצויזישע רעגירונג טוט אין די טעג שטופן פאראויס א געזעץ וועלכער דער פרעזידענט עמנואל מאקראן וויל איינפירן צו באקעמפן די ערשיינונג פון ״פעיק ניוז״ דאס הייסט פאבריצירטע געשיכטעס און פאנטאזיעס וועלכע ווערן פארשפרייט דורך פארשידענע מידיע קאנאלן מיט א בייזוויליגע ציל אדער פאליטישע אגענדע, די ערשיינונג פון ״פעיק ניוז״ איז שטארק ארויפגעקומען אויף די אויבערפלאך אין אמעריקע ביי די לעצטע וואלן ווען עס איז גענוצט געווארן צו פארשפרייטן געשיכטעס איבער קלינטאן און קאנספיראציעס איבער איר געזונט צושטאנד און אנגעבליכע קארופציע, און לויט די סי-איי-עי האט רוסלאנד געשפילט א ראלע דערין.

אזוי אויך טוט דער זעלבער פראבלעם פלאגן אלע דעמאקראטישע סיסטעמען און איז א געפאר פאר דעמאקראטיע וויבאלד עס געט די מעגליכקייט פאר יעדער וואס באזיצט א קאמפיוטער און א פיבערהאפטיגע פאנטאזיע צו מאניפולירן דעם דעת הקהל. און ווי פרעזידענט מאקראן זאגט ״אויב ווילן מיר אז דעמאקראטיע זאל איבערלעבן, מוזן מיר באקעמפן פעיק ניוז מיט שטארקע געזעצן, דורך פארשטערקערן די ראלע פון א געזעצטע, ערפארענע און פאראנטווארטליכע פרעסע״

די געזעץ וועט געבן פאר די אויטאריטעטן די מאכט צו אפשפארן וועב-זייטלעך וואס פארשפרייטן פאלשע נייעס, און אזוי אויך באשטראפן נייעס קוועלער וואס באריכטן אומבאגרונדעטע באריכטן. מאקראן האט שוין אין די פארגאנגענהייט באשולדיגט פוטין אין זיין קעגנווארד אז זיין ״רוסלאנד היינט״ נייעס קוואל וואס אפערירט איבער די וועלט איז א קוואל פון פראפאגאנדע און פאלשע נייעס וואס זוכט צו מאניפולירן דעם דעת הקהל איבער די וועלט לויט רוסלאנד׳ס אינטערעסן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל