עס קוקט אויס ווי א געשיכטע פון א מעשה ביכל, איינוואוינער אין א פארווארפענעם דארף אין די פיליפינער אינזלן האבן א אנדעקט א קאסטן וואס האט אויסגעקוקט צו זיין אן אוצר פון גאלד, די איינוואוינער האבן זיך צוזאמענגענומען מיט העמער און העק צו אויפברעכן דאס קאסטן, אבער אנשטאט גאלד האט זיי באטראפן א מאסיווע אויפרייס וואס האט באלדיג אומגעברענגט 8 מענטשן, פאליציי זאגט אז איינער פון די איינוואוינער האט עס געטראפן ביים ברעג פון טייך, און עס אהיימגעברענגט ווי ער האט עס פרובירט צו עפנענען מיט זיינע שכנים. זיי זאגן אז די באמבע איז מעגליך אן איבערבלייבעניש פונעם צווייטן וועלט קריג.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל