דאס נייע יאר פון 18' האט זיך פאר'ן סטאק מארקעט אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס, ווען דער 'דאו דזשאונס אינדוסטריעל עווערעדזש', א מיטל וואס ווערט געניצט צו שמעקן דעם כללית'דיגן מצב פונעם סטאק מארקעט, איז ארויפגעקראכן צום איבער 25-טויזנט פונקטן צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע.

דער דאזיגער דורכברוך איז געקומען היינטיגן דאנערשטאג אינדערפרי, מיט בלויז פינף וואכן נאך דעם וואס דער סטאק מארקעט האט געשלאגן דעם פריערדיגן רעקארד, פון 24-טויזנט פונקטן.

די גרעסטע געווינערס פון דעם שפרינג זענען טעכאנאלאגישע פירמעס און פינאנציעלע אינסטיטוציעס, מיט 'וועלס פאַרגאָו' און 'מייקראסאפט' אין שפיץ.
בילד: סטאק מארקעט שלאגט רעקארד צום נייעם יאר
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל