וואשינגטאן – דער באנקירונג פאנעל אינעם סענאט, האט נעכטן אנידערגעשטימט די נאמינאציע פון סקאט גערעט אנצופירן די "עקספארט-אימפארט באנק" פון דער פעדעראלער רעגירונג. דער ספעציעלער באנק העלפט ארויס אמעריקאנער ביזנעסער צו פראדוצירן פראדוקטן מיט'ן דירעקטן ציל צו עקספארטירן צו אנדערע לענדער, און טראמפ האט נאמינירט אנצופירן די אגענטור דעם געוועזענער רעפובליקאנער ניו דזשערסי קאנגרעסמאן סקאט גערעט. ביי זיין סענאט פארהער מיט עטליכע וואכן צוריק, איז גערעט אויסגעשטאנען שווערע פראגעס איבער'ן פאקט וואס זייענדיג אין קאנגרעס האט ער געזאגט, אז ער וואלט אינגאנצן אפגעשאפן די "עקספארט-אימפארט באנק", און סענאטארן האבן אים געפרעגט וויאזוי קען מען אים טרויען אנצופירן אן אגענטור וואס ער האט גענצליך געוואלט פארשליסן. ווען דער סענאט באנקירונג פאנעל האט נעכטן געשטימט איבער גערעט, האבן א מערהייט אנידערגעשטימט זיין נאמינאציע, און געבעטן דאס ווייסע הויז צו נאמינירן א נייעם קאנדידאט.

בילד: פאנעל אנידערגעשטימט טראמפ–נאמינירטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל