וואשינגטאן – נעכטן האט דער "וואשינגטאן פאוסט" פובליצירט א באריכט, וועלכע דעקט אויף אז פרעזידענט טראמפ האט געקלערט צוריקצוציען פון זיין נאמינאציע פון ניעל גורסאטש אלס סופרים קאורט ריכטער – א באריכט וואס דער פרעזידענט האט שארף געלייקנט. דער באריכט לויטעט אז נאכדעם וואס גורסאטש איז ארומגעגאנגען זיך טרעפן מיט סענאטארן, און ער האט אראפגעריסן דאס וואס פרעזידענט טראמפ האט א היסטאריע פון ארויסצייגן אומרעספעקט פאר פעדעראלע ריכטער און פאר'ן יוסטיץ סיסטעם, האט טראמפ אזוי שטארק געברויזט אויף גורסאטש, אז צווישן זיינע ראטגעבער האט ער אנגעהויבן רעדן, צי ער זאל ארויסקומען און צוריקציען פון דער נאמינאציע, און זאל אנשטאט דעם נאמינירן א צווייטן פאר'ן ליידיגן סופרים קאורט זיץ. אין רעאקציע צום וואשינגטאן פאוסט באריכט, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געשריבן אויף טוויטער שארף, אז דאס איז נישט מער ווי "פעיק ניוז", און אז ער איז זייער שטאלץ פונעם דזשאב וואס גורסאטש טוט אלס ריכטער.

בילד: האט טראמפ געוואלט צוריקציען פון ניעל גורסאטש נאמינאציע?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל