בערלין – קאזימיערזש פיטשאווסקי (Kazimierz Piechowski), דער נישט-אידישער געוועזענער העפטלינג אין אוישוויץ, וועלכער האט אנגעפירט א געוואגטן אנטלויף פון אוישוויץ, איז געשטארבן אין די טעג אין געדאנסק, פוילן. פיטשאווסקי איז גענומען געווארן אונטער נאצישע ארעסט אין יאר 1940, וויבאלד ער האט באלאנגט צו עטליכע פוילישע ארגאניזאציעס וועמען די נאציס האבן געוואלט אונטערדרוקן.

זייענדיג אין אוישוויץ, האט ער דורכגעפירט א גאר געוואגטע אנטלויף, ער און נאך 3 מענער, וואס דער אנטלויף האט אריינגענומען דאס רויבן עס-עס מונדירן, וואפנס, און א קאר וועלכע איז גענוצט געווארן דורכ'ן עס-עס קאמאנדיר פאול קרוצמאן. זיי האבן סוקסעספול באוויזן צו אנטלויפן, ווען די עס-עס וועכטער ביים הויפט אוישוויץ צוים האבן געעפנט פאר זיי דעם צוים און זיי ארויסגעלאזט. פיטשאווסקי האט זיך שפעטער אנגעשלאסן אין פוילישע אנטי-נאצי באוואפנטע באנדעס, ביז דער ענדע פונעם קריג, ווען די קאמוניסטישע אויטאריטעטן האבן אים אריינגעווארפן אין טורמע פאר 10 יאר.

בילד: קאזימיערזש פיטשאווסקי

בילד: באקאנטער אוישוויץ אנטלויפער געשטארבן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל