וואשינגטאן – א געוועזענער טראנזיט אפיציר אינעם וואשינגטאן די-סי געגנט איז געפונען געווארן שולדיג אויף טעראר קלאגעס, אז ער האט פרובירט צו שטיצן די אייסיס טעראר גרופע. דער אפיציר ניקאלעס יאנג (Nicholas Young) איז דער סאמע-ערשטער אמעריקאנער רעגירונג אפיציר אנגעקלאגט צו ווערן אויף טעראר קלאגעס, און עס ווערט באשולדיגט אין איינקויפן "גיפט קארטלעך" אין ווערד פון 250 דאלאר וואס ער האט געוואלט אז אייסיס זאל זיי קענען נוצן איינצוקויפן סמארטפאון עפּפּס און אנדערע קאמיוניקאציע מיטלען.

די עף-בי-איי געהאט אונטערגעשטעלט אן אינפארמאנט, וואס יאנג האט געמיינט אז יענער איז א שליח פון אייסיס, און יאנג איז ארעסטירט געווארן אום אוגוסט יאר 2016. די עף-בי-איי האט דאן דערציילט אז ער איז שוין געווארן נאכגעקוקט זינט יאר 2010 דורך פעדעראלע אגענטן, און אז ער האט פרובירט אין יאר 2011 צו פארן קיין ליביע. עס ווארט אים א מאקסימום פון זעכציג יאר טורמע און ער וועט פאראורטיילט ווערן אין פעברואר.

בילד: אפיציר שולדיג איבער אייסיס טרייהייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל