יוסטאן – א שווערער נעפל האט זיך נעכטן אראפגעלאזט אויף יוסטאן, טעקסאס, וועלכע האט געברענגט דערצו אז די אויטאריטעטן האבן אפגעשטעלט שיפן טראפיק. דער יוסטאנער פּארט איז וויכטיג פאר שיפן וועלכע פארן ארום איבער'ן לאנד, און אויך אזעלכע וואס קומען פון אויסלאנד, סיי צו ליפערן סחורה און סיי אפצונעמען טעקסאס-פראדוצירטע סחורה עס צו ליפערן צו אנדערע סטעיטס און לענדער – און דער פאקט אז פאר עטליכע שעה האבן קיין שיפן נישט געמעגט אריינקומען צום פארט, האט געברענגט קאפ ווייטאג פאר טעקסאס ביזנעסער און פאר דער שיפינג אינדוסטריע. אלעס אינאיינעם האבן 37 שיפן געווארט אריינצוקומען צום ספעציעלן קאנאל צו קענען אנקערן, און דרייצן אנדערע שיפן האבן געווארט צו קענען פארלאזן דעם פּארט און ארויספארן מיט סחורה. די פונקטליכע ציפערן פון עקאנאמישע שאדנס, זענען דערווייל אומקלאר.
הוסף רשומת תגובה