ניו יארק – דער פארשוין דעמעטריוס בלעקוועל, וועלכער האט געשאסן און אומגעברענגט א ניו יארק סיטי פאליציי אפיציר, איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע. די שיסעריי האט פאסירט אין מאי יאר 2015, ווען בלעקוועל האט קאלטבלוטיג געשאסן דעם אפיציר ברייען מאור אין קווינס. די שיסעריי האט אויפגערודערט ניו יארק סיטי, און מען האט מיטגעהאלטן דראמאטיש די אנטוויקלונגען אינעם דזשאמעיקא שפיטאל, וואו מאור איז געליגן קריטיש פארוואונדעט און איז געשטארבן צוויי טעג שפעטער.

בלעקוועל איז ארעסטירט געווארן געציילטע שעה'ן נאכדעם וואס ער האט דערשאסן אפיציר מאור, וועלכער האט נישט אנגעהאט אויף זיך קיין פאליצייאישע מונדירן בשעת'ן וועלן אפשטעלן בלעקוועל אים אויסצופרעגן עפעס, און בלעקוועל איז נאכ'ן ארעסט אנגעקלאגט מיט 12 באזונדערע קלאגעס.

דער ריכטער וואס האט פאראורטיילט בלעקוועל נעכטן, האט אים גאר שארף אריינגעגעבן, זאגנדיג "דו ביסט נישט מער ווי א פחדן. דו גייסט שטארבן אין טורמע!"

בילד: פאליציי'ס מערדער לעבנסלענגליכע טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל