יאפאן – א יאפאנעזער פירמע האט ערפונדן א ספעציעלן דראון וועלכע וועט אריבערפליען העכער איבער פאבריקן געביידע, און פארשיקן ארבעטער וועלכע פארבלייבן לענגער און ארבעטן זיך איבער די מאס. די פירמע פראדוצירט טעכנישע טיילן פאר אינטערנאציאנאלע טעכנאלאגיע פירמעס, און זי האט פאבריקן וועלכע זענען גרויס עטליכע שטאטישע בלאקס. יעדע נאכט דערזעט זיך די פירמע מיט אן ערנסטע פראבלעם, אז ווען זי וויל פארשליסן די געביידעס פאר זיכערהייט סיבות און זי וויל אויך אריינלאזן די רייניגער אויפצורייניגן די פאבריקן און עס מאכן גרייט פאר'ן נעקסטן טאג, פארבלייבן דארטן צענדליגער ארבעטער וועלכע זענען "ווארקעהאליקס" (דאס הייסט אז זיי זענען צוגעבינדן צו דער ארבעט) און אזעלכע וואס ארבעטן זיך איבער מער ווי עס פארלאנגט זיך, און אפגעזען וויפיל מאל מ'זאל זיי נאר בעטן, גייען זיי נישט אהיים. די פירמע איז דעריבער אויפגעקומען מיט א נייעם דראון, דער "טי-פראנד", וועלכע וועט דורכפארן העכער די פאבריקן, דערשפירן וואו עס געפונט זיך נאך אן ארבעטער, און אנצינדן גאר הויכע מוזיק, וואס וועט שטערן די פארבליבענע ארבעטער און זיי צווינגען אהיימצוגיין.

בילד: דראון פארשיקט איבערגעארבעטע ארבעטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל