ניו יארק – צוויי סטאטוען זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין ניו יארק סיטי, צו באעהרן צוויי וויכטיגע פיגורן, וועלכע ווערן באטראכט אלס אומאפיציעלע "גרינדער" פון ניו יארק סיטי. די ערשטע סטאטוע איז געווען פאר אלעקסאנדער העמילטאן, איינער פון די וועלכע האבן געהאלפן גרינדן די פאראייניגטע שטאטן און געדינט אין לויף פון די יארן אויף פארשידענע פאזיציעס, און ניו יארק שטאלצירט אז ווען ער האט זיך געצויגן פון אייראפע קיין אמעריקע, האט ער אויסגעוועלט ניו יארק סיטי אלס זיין וואוינארט. די צווייטע סטאטוע איז געווען פאר דעוויט קלינטאן, וועלכער איז געווען א מעיאר אין ניו יארק סיטי אינעם ניינצנטן יאר-הונדערט און שפעטער גאווערנאר אין ניו יארק סטעיט, און אין זיינער צייט האט ער געהאלפן פאראויסשטופן דאס בויען דעם "אירי קאנאל" וואסער. די סטאטוען זענען אוועקגעשטעלט געווארן אינעם "מוזעאום פון ניו יארק סיטי היסטאריע" אין מאנהעטן, מיט די באטייליגונג פון לאקאלע פאליטישאנס און אקטיוויסטן.

בילד: סטאטוען פאר ניו יארק'ס גרינדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל