וואשינגטאן - דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז אין די נאנטע וואכן, וועט פרעזידענט טראמפ דורכגיין א רוטינע פיזישע אונטערזוכונג, זיכער צו מאכן אז זיין געזונהייט איז אין ארדענונג. ווייסע הויז ווארטזאגער סערע סענדערס׳ מעלדונג איז געקומען נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א זארג ביי פילע מענטשן וועלכע האבן מיטגעהאלטן טראמפ׳ס רעדע פארלאפענעם מיטוואך, איבער ירושלים, וואו ביים ענדע פון די רעדע האט ער זיך צעשטאמלט און נישט ארויסגערעדט קלאר עטליכע ווערטער. סענדערס זאגט אז דער פרעזידענט האט פשוט געהאט טרוקנקייט אינעם מויל, אבער פארט וועט ער דורכגיין א רוטינע אונטערזוכונג, זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג.

בילד: געזונטהייט אונטערזוכונג אויפן פרעזידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל