וואשינגטאן - דער פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט האט פרייטאג ארויסגעגעבן זייער דזשאבס באריכט פונעם מאנאט נאוועמבער, און עס צייגט אז די עקאנאמיע און דער אמעריקאנער דזשאבס מארקעט זענען ווייטער אויפן וועג ארויף. אין לויף פונעם מאנאט, זענען צוגעקומען 228,000 פרישע דזשאבס אין לאנד, וואס איז פיל מער ווי די פרישע 195,000 דזשאבס וואס עקאנאמיסטן האבן געהאט ערווארטעט. אויך איז געשטיגן די דורכשניטליכע צאל שטונדן וואס א געווענליכער אמעריקאנער ארבעטער ארבעט, וואס באדייט אז ווייניגער דזשאבס זענען בלויז פּארט טיים און אסאך ווערן געהעריג פול-טיים. איין נעגאטיווע פונקט פונעם באריכט, איז דער פאקט אז וועידזשעס זענען נישט געשטיגן דערווייל מיט צופיל.

בילד: גאר פאזיטיווע דזשאבס באריכט באגריסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל