סלאוואניע – מען האט שוין געהערט אזא זאך אז באס דרייווערס גייען אויף א סטרייק, פילאטן גייען אויף א סטרייק, אדער ענליכעס, און אויב דאס פאסירט, האבן די אויטאריטעטן געווענליך א צוגעגרייטע פלאן, צייטווייליגע דרייווערס וכדומה, וועלכע ווערן אריינגעברענגט צו ערזעצן די ארבעטער וועלכע זענען אויף סטרייק. די רעגירונג אין סלאוואניע האט זיך אבער דערזען מיט אן אינטערעסאנטן, און פאטענציעל-ערנסטן, פראבלעם, ווען אירע שפיאנען זענען געגאנגען אויף סטרייק. סלאוואניע'ס פובליק אדמיניסטראציע מיניסטער באריס קאפריווניקאר האט געזאגט אז די הונדערטער איינגעשטעלטע אין די "סאווא" שפיאנאזש אגענטור פון די סלאוואניער רעגירונג, האבן פרייטאג געמאלדן אז זיי וועלן נישט אריינקומען צו דער ארבעט און נישט זאמלען שפיאנאזש פאר'ן לאנד, וויבאלד זיי זענען זייער אומצעפרידן פון די ארבעטס-אומשטענדן און פון זייערע געהעלטער. מיניסטער קאפריווניקאר זאגט אז דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אזא סטרייק פאסירט, און דערווייל איז נישט קלאר פונקטליך וואספארא קאנסעקווענצן דאס וועט האבן, אבער עס איז זיכער אז מען קען נישט אריינברענגען צייטווייליגע שפיאנען.

בילד: ווען שפיאנען גייען אויף סטרייק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל