שיקאגא - געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט באראק אבאמא האט אין א רעדע געווארנט אז אמעריקע קען זיך נאך דערקייקלען צו א סיטואציע מיט א פרישן היטלער. אבאמא האט געגעבן א רעדע פארנט פון צענדליגער מעיארס, ביי א פארזאמלונג אין שיקאגא, זאגנדיג אז בעפאר די 1930׳ער יארן אין דייטשלאנד, האט נישט אויסגעזען ווי עס גייט אויפקומען א ברוטאלער היטלער, און אלעס האט אויסגעזען זייער סאפיסטיקירט. אבאמא זאגט אז עס איז וויכטיג יעדער איינער זאל שטרעבן צו פארזיכערן אז דעמאקראטיע און פרייהייט ווערט ווייטער אפגעהיטן.
הוסף רשומת תגובה