מיסיסיפי - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנטיילגענומען אין מיסיסיפי ביי א צערעמאניע, וואו מען האט געעפנט א נייע מוזעאום אפצוצייכענען דעם קאמף פאר שווארצע סיוויל רייטס. טראמפ האט געגיבן א רעדע אין די מוזעאום, וואו ער האט באעהרט די פאמיליע פונעם שווארצן אקטיוויסט מאדגאר עווארס וועלכע איז אומגעברענגט געווארן דורך ווייסע ראסיסטן פארנט פון זיין הויז אין דזשעקסאן, מיסיסיפי אין יאר 1965. טראמפ׳ס באזוך אין מיסיסיפי איז געווען פארוויקלט אין קאנטראווערסיע, וויבאלד שווארצע געמיינדע פירער האבן באיקאטירט זיין באזוך, אלס פראטעסט קעגן טראמפ׳ס צוגאנג צו ראסע און שווארצע אישוס. מאסן האבן זיך אויך פארזאמלט פארנט פון די מוזעאום, צו פראטעסטירן.

בילד: שווארצע באיקאטירן טראמפ באזוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל