וואשינגטאן - רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען זאגט אז ער פלאנירט קומענדיגן יאר דורכצופירן גרויסע רעפארם אויף וויכטיגע רעגירונג הילפס פראגראמען. רייען פלאנירט אויפצוברענגען א ביל פארשלאג, צו שניידן ביליאנען דאלארן פון מעדיקעיר, מעדיקעיד און סאושעל סעקיוריטי, זאגנדיג אז קאנגרעס מוז שניידן די געלטער, וויבאלד דער פעדעראלער דעפיציט איז שטארק געשוואלן און עס איז נישטא קיין פלאן וויאזוי עס צו באצאלן. רייען'ס פלאן קומט אין די זעלבע צייט וואס ער ארבעט אויפן שטייער רעפארם ביל, וואס איז ערווארטעט צוצולייגן איין טריליאן דאלער צום דעפיציט, און דאס האט אויפגעברענגט קריטיק און באשולדיגונגען דורך די דעמאקראטן, אנצייגנדיג אז רייען איז א היפאקריט פאר׳ן נישט נעמען ערנסט דעם נעגאטיוון אפעקט וואס דער שטייער רעפארם ביל וועט האבן אויפן בודזשעט.

בילד: איז פאול רייען היפאקריטיש?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל