ניו דזשערסי - אנטיסעמיטישע ליפלעטן זענען געפונען געווארן אויף די גאסן פון די קאמפלעקס פון די פרינסטאן יוניווערסיטי. די ליפלעטן זענען געווען אדרעסירט צו פרוי לינדא אפענהיים, וועלכע העלפט ארויס פרינסטאן סטודענטן צו פארשטיין בעסער אידישקייט און וויאזוי צו זיין מער סענסיטיוו צו אידן. די ליפלעטן האבן אויסגערעכנט אז אידן באשטייען נאר פון 2 פראצענט פון די גאנצע אמעריקאנער פאלק, און דאך קאנטראלירן זיי אלע בענק, אלע שפיטעלער און אלע רעגירונג דעפארטמענטס. די שולע פירערשאפט האט פארדאמט די ליפלעטן און גערופן פאר אן אויספארשונג, צו דערגיין ווער עס האט עס פארשפרייט.
הוסף רשומת תגובה