דשאבס באריכטן פון נאוועמבער צייגן א שטארק דשאב וואוקס און אויך א העכערונג אין געהעלטער, אין פאריגן מאנאט זענען צוגעקומען 228,000 דשאבס, און די אקטאבער באריכט איז איבערגעמאכט געווארן פון 268,000 צו אביסל נידריגער ביי 244,000 דשאבס. די יעצטיגע באריכט איז די ערשטע אין א רייע וואס איז נישט באאיינפלוסט געווארן פון די נאכווייען פון האריקען אירמע און הארווי וועלכע האבן געברענגט א אומפונקטליכקייט אין די ציפערן וויבאלד פילע ארבייטער וועלכע זענען צייטווייליג אפגעזאגט געווארן זענען צוריקגעקומען צו זייערע פאזיציעס און עס איז אריינגערעכנט געווארן אין די באריכטן.
די ארבייטסלאזיגקייט ראטע בלייבט ביי די נידריגסטע ציפער אין 17 יאר, ביי 4.1%. אזוי אויך צייגט די באריכט אז די דשאבס זענען פול-טיים און ארום 200,000 פאזיציעס האבן געזען דעם מאנאט א העכערונג אין זייער געהאלט. די עקאנאמישע וואוקס פאר דעם דריטן קווארטאל איז געווען ביי 3.3% די העכסטע וואוקס אין די לעצטע דריי יאר.
עקאנאמיסטן און פאליטיקאנטן זענען צוטיילט איבער וועם עס קומט קרעדיט פאר די פאזיטיווע עקאנאמשיע אנטוויקלונג, טייל ווייזן אן אז די עקאנאמישע פארשריט האט זיך אנגעהויבן אינמיטן פרעזידענט אבאמא׳ס צווייטער טערמין און האט זיך נישט געטוישט זינט דאן. און זאגן אז דאס איז א צייכן אז די עקאנאמיע דארף נישט האבן די שטייער שניטן און פיאנאנציעלע רעפארמען פון פרעזידענט טראמפ, אבער אנדערע צייכענען אן אז די אפטימיזם אין די עקאנאמישע מארקעטס זענען א דאנק די צוזאגן פון פרעזידענט טראמפ.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה