קאנגרעס האט נעכטן שפעט אווענט באשטעטיגט אן עמערדשענסי בודשעט פלאן וואס וועט האלטן די רעגירונג אפן און דערמיט פארמיטן א רעגירונג שאט-דאון וואס וואלט אריין אין עפעקט דעם שבת ביינאכט אויב וואלט מען נישט דורכגעפירט דעם בודשעט. די יעצטיגע בודשעט קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע וואכן צוריק האט קאנגרעס באשטעטיגט - אונטער אן אפמאך צווישן די דעמאקראטן און פרעזידענט טראמפ - א בודזשעט ביל פאר אפאר וואכן. די יעצטיגע עמערדשענסי ביל איז אויך נאר צייטווייליג און איז גילטיג נאר ביז דעצעמבער 22 ווען די רעפובליקאנער האפן אז זיי וועלן זיך קענען פאראייניגן מיט די דעמאקראטן אויף א פערמענאנטע בודשעט, אבער דערווייל זענען די דעמאקראטן אנטשלאסן צו שטיצן א בודשעט ביל בלויז אויב די רעפובליקאנער וועלן שטיצן א ביל וואס וועט באשיצן די אימיגראנטן וועלכע זענען אין די דאק״א פראגראם וועלכע טוט באשיצן אימיגראנטן וואס האבן נישט קיין לעגאלע סטאטוס אבער ארבייטן אדער שטודירן אין אמעריקע און זענען באשיצט אונטער א פראגראם וואס איז באשטעטיגט געווארן אונטער פרעזידענט אבאמא מיט אומפארטייאישע שטיצע.

בילד: קאנגרעס פירט דורך עמערדשענסי בודשעט צו פארמיידן רעגירונג ״שאט-דאון״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל