ווארשא – די באאמטע אינעם אוישוויץ מוזעאום האבן געמאלדן אז זיי וועלן אין די קומענדיגע טעג אונטערנעמען א ספעציעלן פראיעקט, דורך וועלכן אן אויסלייג פון היסטארישע חפצים פונעם טרויעריג-בארימטן טויט לאגער וועט ארומגעפירט ווערן אין פארשידענע לאקאציעס איבער דער וועלט.

דער ספעציעלער "עקזיביט", וואָס וועט גערופן ווערן "אוישוויץ, נישט צו לאנג צוריק, נישט צו ווייט", איז געצילט צו ברענגען מער אויפמערקזאמקייט צו דער צווייטער וועלט קריג און צום שרעקליכן האלאקאוסט וואס האט פאסירט קעגן אידן אין לויף פון דער קריג. עס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס דער אוישוויץ מוזעאום וועט דורכפירן אזא סארט אויסלייג איבער דער וועלט, און ס'וועט געוויזן ווערן אין עטליכע אייראפעאישע לענדער און אין צפון אמעריקע, וואו מער ווי זעקס הונדערט חפצים וועלן קענען געזען ווערן, וואס די מערהייט דערפון וועלן זיין חפצים, שטיקער קליידונג, עסצייג און אנדערע זאכן וועלכע זענען באנוצט געווארן דורך די העפטלינגען, די אידישע קדושים הי"ד וועלכע זענען אומגעקומען אויף קידוש ה' אינעם לאגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל