אין ווייסן הויז איז נעכטן פארגעקומען א פייערונג צו אפצייכענען די בעפארשטייענדע יום טוב חנוכה, אין א ספעציעלע צערעמאניע ווי עס האבן זיך באטייליגט דער פרעזידענט און די ערשטע פאמילע, און דער וויצע פרעזידעט און די צווייטע פאמיליע, אינאיינעם מיט א געלאדענטע פארזאמלונג פון אידישע ראבייס, אקטיוויסטן, פאליטיקאנטן און כלל טוער. דער פרעזידענט האט געגעבן א ווארימע רעדע אין וועלכע ער האט אונטערגעשטראכן זיין דאנקבארקייט פאר די אידישע געמיינדע אין אמעריקע און האט דערמאנט זיינע אידישע אייניקלעך וועלכע זענען געווען אנוועזנד און האט אויך געצויגן פילע אפלאדירונגען ווען ער האט אויפגעברענגט זיין דעקלעראציע איבער ירושלים וואס ער האט געמאכט מיט צוויי טאג פריער.

ביי די צערעמאניע זענען געברענגט געווארן צוויי סימבאלישע מנורה׳ס איינע וועלכע איז שוין אין אמעריקע נאך פאר די פאראייניגטע שטאטן איז אויפגעשטעלט געווארן און איז געווען אין באנוץ פון די עלטסטע אידישע קהלה אין ראוד איילענד. און די צווייטע איז א מנורה וועלכע איז געראטעוועט געווארן פון די טארנע געטא, די צווייטע איז געבליבן פארלאשן אלס אנדענק צום האלאקאסט, אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן דארט אידישע אקטיוויסטן און איין אידישע מלחמה איבערלעבערין וועלכע האט גערעדט איבער די סימבאלישקייט וואס חנוכה האט געהאט פאר איר ווען זי האט זיך אויסבאהאלטן אין א בוידעם פון די נאציס ימ״ש.

בילד: חנוכה פייערונג אפגעהאלטן אין ווייסן הויז מיט באטייליגונג פון אידישע פארשטייער


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל