די מאסיווע וואלד פייערן וואס בודשעווען אין קאליפארניע האבן געגרייכט גאר נאנט צו - און אין געוויסע פעלער טיפ אריין - באוואוינטע געגענטער, צווינגענדיג נאך טויזנטער איינוואוינער צו עוועקיואירן די היימען, און טוט אויסטשאלטערן עלעקטעריציטעט פאר צענליגע טויזנטער היימען. די פייערן זענען אנגעקומען גאר נאנט צו באוואוינטע געגענטער אין לאס אנדשעלעס, איינע פון די פייערן טוט פלאקערן אויף א שטח פון ארום 150 מייל אין ווענטורע קאונטי, און אלע אינאיינעם זענען שוין דערווייל 50,000 איינוואוינער עוועקיואירט געווארן פון ארום 15,000 געביידעס, אזוי אויך זענען פילע שאסייען אפגעשלאסן צוליב די פלאמען און רויעך, און ארום 3 טויזנט פייערלעשער ארבייטן צו באקעמפן דעם פייער, אבער דערווייל האבן זיי נישט באקומען קיין קאנטראל אויף די פלאמען וואס פארשפרייטן זיך גאר שנעל צוליב די פלאמען. דערווייל זענען שוין באריכטעט געווארן 4 טויטע פון די פייערן.

בילד: העלישע וואלד פייערן באדראעט פרישע באוואוינטע געגעטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל