די פעלקער פאראיין האט היינט געמאלדן אז  אמווייניגסטע 14 פון אירע שלום טרופן זענען אומגעקומען אין א אטאקע אין מזרח קאנגא נעכטן דאערשטאג ביינאכט, און נאך ארום 53 זענען פארוואונדעט געווארן. דאס איז די טויטליכטסטע אטאקע אויף יו-ען טרופן זינט 1993 ווען 23 טרופן זענען אומגעקומען אין מאגאדישא סאמאליע. די מערהייט פון די טרופן זענען בירגער פון טאנזאניע וועלכע זענען געווען דארט אויף א מיסיע צו וואכן אויף די גאר אומסטאבילע צושטאנד אין לאנד. די מיסיע פון די שלום טרופן אין קאנגא רופט זיך מאנוסקא און איז די טייערסטע און גרעסטע אפעראציע פון די יו-ען און נעמט אריין איבער 19,000 טרופן, און די ארבייט איז פארשווערט געווארן אין די לעצטע וואכן ווען די סיטואציע איז ארויס פון קאנטראל צוליב צוזאמענשטויסן צווישן די רעגירונג זיכערהייטס קרעפטן און די לאקאלע רעבעלן מיליציעס.

בילד: יו-ען שלום-היטער אין קאנגא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל