אין ליכט פון די לעצטערע פארשריט וואס נארט קארעא האט געמאכט מיט איר מיסיל און נוקלעארע פראגראם האט יאפאן געמאלדן אז זי וועט אויסשטאטן איר מיליטער מיט פרישע מאכטפולע מיסילס וועלכע קענען גרייכן צפון קארעא, דאס איז א גאר דראמאטישע שריט פאר א לאנד וועלכע אונטער איר קאנסטיטוציע האט זיך אונטערגענומען צו אוועקשטיין פון קריג און נישט אנהייבן קיין קריג אין קיין שום פאל, דער יאפאנעזער פארטיידיגונגס מיניסטער איטסונארי אנאדערא האט ביים מעלדן דעם באשלוס געזאגט אז יאפאן טוט זיך נאך אלס פארלאזן אויף אמעריקע ווען עס קומט צו פארטיידיגן יאפאן אבער זי האנדלט זיך איין די וואפן בלויז אלס פארטיידיגונג מיטל אין פאל זי ווערט אטאקירט. די מיסילס זענען פראדוצירט אין אמעריקע דורך לאקהיד-מארטין, און דעקט די גאנצע שטח פונעם קארעאר האלב-אינזל. די איינקויף שטייט אויס קריטיק פון די אפאזיציע אין יאפאן וועלכע איז קעגן דעם אז יאפאן זאל האבן א שטארקע מיליטער און זאגן אז דאס טוט אונטערמינעווען די פאציפיסטישע אידיאלן אויף וועלכע יאפאן איז אוועקגעשטעלט געווארן נאכ׳ן צווייטן וועלטס קריג.

בילד: יאפאן האנדלט זיך איין מיסילס וועלכע גרייכן צפון קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל