נאכדעם וואס אנהייב וואך זענען די געשפרעכן אנגעקומען צו א וואנט האבן די בריטישע פרעמיערקע און דער אייראפעישער פרעזידענט געמאלדן אז זיי זענען געקומען צו א רייע פארשטענדענישן און ווי עס שיינט איז דא שטארקע דורכברוך אין די געשפרעכן איבער די גרעניץ זיכערהייטס פראבלעמען וואס אנבאלאנגט איירלאנד, און זיי גרייטן זיך אצינד צו פארהאנדלן די קומענדיגע שטאפלן איבער האנדל און און די לאנג טערמיניגע באציאונגען צווישן בריטאניע און אייראפע.

די געשפרעכן זענען גאר קריטיש פאר די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע מעי וועלכע איז גאר אומפאפולער אין בריטאניע נאכדעם וואס איר האנדלונג איבער ברעקזיט זעט אויס צו זיין גאר שלימזל׳דיג, און איז שוין פילע מאל פארהאנקערט געווארן. די געשפרעכן זענען גאר קריטיש צו אנטשיידן די צוקונפט פון בריטאניע, און יעדע דעטאל קען האבן א ווייטגרייכנדע עפעקט אויף בריטאניע וועלכע איז די זעקסט גרעסטע עקאנאמיע אין די וועלט, און אירע באציאונגען מיט אייראפע וועלכע איז די גרעסטע עקאנאמישע בלאק אין די וועלט איז גאר קריטיש.

אונטער די נעכטיגע פארשטענדיש האט זיך בריטאניע אונטערגענומען אז זי וועט נישט אויפשטעלן א גרעניץ צווישן איירלאנד וועלכע איז טייל פון אייראפע, און צפון איירלאנד וועלכע איז טייל פון די פאראייינגטע קעניגרייך, און זי וועט נישט ארויפלייגן קיין שטייערן וועלכע קענען שטערן די פרייע פלוס פון האנדל צווישן איירלאנד און דאס איבריגע פונעם אייראפעישן בלאק. ביי די פרעסע קאנפערענץ נעכטן האבן ביידע זייטן אויסגעזעזן זייער אפטימיסטיש איבער א אפמאך וועלכע וועט זיין גונסטיג פאר ביידע זייטן

בילד: בריטאניע און אייראפע מעלדן דורכברוך אין ברעקזיט געשפרעכן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל