אין די טיפע דרום שטאטן ווי טעקסאס און אטלאנטע אלאבאמע און נאך איז מען איבעראשט געווארן פון די אומגעווענליכע שניי וואס האט זיך אראפגעלאזט דארט, און טראץ וואס אין פילע שטעט האט זיך קוים אנגעקלעבט אן אינטש און אין אנדערע שטעט ביז 4 אינטשעס, האט עס אבער געברענגט פאניק און לאנגע ליניעס אין די גראסעריס וויבאלד אין די שטאטן איז מען נישט געוואוינט צו שניי. די ארטיגע אויטאריטעטן זענען נישט געווען צוגעגרייט צו א שניי און ארום 100,000 היימען זענען אויסגעשאלטערט פון עלעקטערציטעט צוליב דעם, מעטאראלאגן שאצן אז די שניי וועט אריבערקומען צפון קיין ניו דשערזי און פענסילוואניע שפעט פרייטאג צו נאכטס.

בילד: שניי און שטורעמס אין די דרום שטאטן פאראליזירן פילע שטעט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל