די פעדעראלע רעגירונג האט היינט איפגעדעקט א שטויס פון דאקומענטן וועלכע זענען געווען קלאסיפיצירט ביז היינט, און זיי דעקן אויף ערנסטע קריגס פלענער וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט געהאט אונטער פרעזידענט קלינטאן, לויט די באריכטן האבן די מיליטערישע עקסעפערטן געשאצט א שטארקע זיג אין פאל וואס א קריג ברעכט אויס צווישן אמעריקע און די קאמוניסטישע רעזשים אין נארט קארעא. אבער אין די זעלבע צייט וואלט דאס געקאסט גאר אסאך פאטאליטעטן פאר די אמעריקאנער קרעפטן.

לויט די אינערליכע פענטאגאן שאצונגען וואלט אזא קריג געקאסט פאר אמעריקע ארום 52,000 אמעריקאנער פאטאליטעטן צווישן אירע טרופן, און ארום 490,000 סאוט קארעאר מיליטערישע און ציווילע פאטאליטעטן. די דאקומענטן צייגן אז פרעזידענט קלינטאן איז געווען גאר נאנט צו באבמאבאדירן די נוקעלארע איינריכטונגען אין נארט קארעא, און אז סאוט קארעא האט דאן אים געבעטן דאס צו אפרופן.

די צאל פאטאליטעטן וואס א קריג קען ברענגען היינט שטייט פיל העכער און מיליטערישע עקספערטן שאצן אז אפילו עס ווערן נישט גענוצט קיין נוקלעארע וואפן קען עס ברענגען מיליאנען ציווילע פאטאליטעטן, אבער אין פאל פון נוקלעארע קריג טוען עקספערטן שאצן אז דאס קען קאסטן מער טויטפעלער ווי די ערשטע צוויי וועלטס קריגן ה״י.

בילד: דאקומענטן דעקן אויף קריגס פלענער מיט נארט קארעא אין 1994





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל