דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט געפונט זיך יעצט אויף א דיפלאמטישע מיסיע אין פאריז, און האט ביי א קאנפערענץ מיט׳ן פראנצויזישן אויסערן מיניסטער אראפגעשפילט די וויכטיגקייט פון די דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז די סטאטוס פון ירושלים איז נישט עפעס וואס אמעריקע קען באשליסן און וועט עווענטועל דארפן באשלאסן ווערן צווישן די ישראלים און פאלעסטינער. ער האט אויך צוגעלייגט אז ער טוט נישט ערווארטן אז די אמעריקאנער אמבאסאדע זאל זיך אריבערציען אזוי שנעל קיין ירושלים זאגנדיג ״אין די קומענדיגע יאר וועט עס זיכער נישט פאסירן״. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס טילערסאן טוט עפנטליך נעמען מילדערע פאזיציעס ווי דעם פרעזידענט אין א פרואוו צו בארואיגן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

בילד: די אמבאסאדע וועט נישט אריבערגיין אזוי שנעל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל