מעין – א מאדנע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין שטעטל בענגאר, מעין, ווען א פאמיליע האט אלארמירט די פאליציי איבער א רויבער וועלכער האט זיך איינגעבראכן אינמיטן דער נאכט אין זייער היים, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיינער האט זיך נישט איינגעבראכן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען איינער פון די פאמיליע האט זיך אויפגעוועקט און געהערט רודערייען אינעם בעיסמענט. יענער האט אין איילעניש אויפגעוועקט די עלטערן און אנדערע פאמיליע מיטגלידער, און אלע האבן זיך מיט בלאסע געזיכטער און קלאפנדיגע הערצער צוגעהערט וויאזוי דער "רויבער" דרייט זיך פראנק און פריי אינעם בעיסמענט. זיי האבן אלארמירט די פאליציי, וועלכע זענען שנעל אנגעקומען און האבן געשטורעמט דעם בעיסמענט, טרעפנדיג אז קיינער איז נישט דארטן. זיי האבן אבער אויך געהערט דעם מאדנעם גערודער, און נאכ'ן נאכגיין דעם קול, האבן זיי געזען אז עס איז פשוט א ראלקע פון "סקאטש טעיפ" וועלכע איז אראפגעפאלן פון א פאליצע און זיך געדרייט אויף די פאדלאגע אהין און צוריק.

בילד: ונסתם ואין רודף אתכם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל