האלאנד – אן אינטערעסאנטע שטודיע צייגט אז צו לאזן א פענסטער אדער אפילו דער טיר פונעם שלאפצימער אפן, בשעת מען שלאפט, העלפט אז דער מענטש זאל האבן בעסערע און מער-געזונטע שלאף. פאר פילע מענטשן איז דאס בלויז א געשמאקע זאך, צו לאזן דעם פענסטער אפן, אז ס'זאל אריינבלאזן א קילע לופט, אבער די שטודיע איבערצייגט אז עס איז נישט בלויז געשמאק, נאר עס העלפט דעם מענטש ווערן בעסער אויסגערוהט, וואס באדייט בעסערע און לענגערע פונקציע איבער'ן טאג. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך דאקטער אסיט מישרא אין די האלאנדישע "יוניווערסיטי אוו טעכנאלאגיע", וועלכער האט גענומען 17 מענטשן און איין נאכט האט מען זיי געגעבן צו שלאפן אין צימערן מיט פארמאכטע טירן און פענסטערס, און די צווייטע נאכט מיט אן אפענע טיר אדער פענסטערס. אלע האבן אנגעהאט אויף די הענט ספעציעלע מאניטערס וואס מעסט די קוואליטעט פון שלאף, און עס האט זיך קלאר ארויסגעוויזן אז דאס שלאפן מיט אן אפענעם טיר אדער פענסטער האט פיל פארבעסערט די שלאף. דאקטער מישרא זאגט אז דאס איז צוליב וואס אין א פארמאכטן צימער זאמלט זיך אן אסאך "קארבאן דיאקסייד", און אז מען האט ערגעץ וואו ס'זאל ארויסגיין, לאזט דאס בעסער אטעמען אינמיטן שלאף.

בילד: אפענע פענסטער ברענגט בעסערע שלאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל