ניו יארק – פאליטישע אנאליסטן האבן נעכטן אנגעצייגט אויף נאך א סיגנאל וואס צייגט אז דער דעמאקראטישער ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא קלערט ערנסט פון לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020, ווען די ציפערן פון די וואל קאמיסיע האבן געצייגט אז ביים נארוואס-פארענדיגטן וואל קאמפיין, אין וועלכע דעבלאזיא איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, האט ער אויסגעגעבן מער ווי צען מיליאן דאלער פאר'ן קאמפיין. דער ציפער פון צען מיליאן דאלער איז אסטראנאמיש, נאכדערצו ווען מען רעדט פון א פשוט'ע מעיאר פארמעסט, און איבער אלעם א פארמעסט וואס דעבלאזיא איז סייווי געווען ערווארטעט גרינג צו געווינען – און דעריבער זאגן פאליטישע אנאליסטן אז דאס אויפטרייבן און אויסגעבן אזויפיל געלט, איז בעיקר געווען צו העלפן דעבלאזיא ווערן מער באקאנט און אנערקענט אינערהאלב די איינפלוסרייכע רייען פון די דעמאקראטישע פארטיי איבער'ן לאנד.

דעבלאזיא האט שוין עטליכע מאל אוועקגעמאכט די שפעקולאציעס אז ער וויל לויפן פאר פרעזידענט, אבער לעצטערע שריט, אריינגערעכנט א באזוך אין אייאווע, צייגן אז אמווייניגסטנס קלערט ער ערנסט דערפון.

נאך א צייכן איבער "דעבלאזיא 2020"

בילד: דעבלאזיא 2020

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל