סאוט קעראליינע – א ווייסער געוועזענער פאליציי אפיציר אין סאוט קעראליינע, וועלכער האט אומגעברענגט אן אומשולדיגן שווארצן מיט צוויי יאר צוריק, איז פאראורטיילט געווארן צו 20 יאר טורמע. דער געוועזענער פאליציי אפיציר איז מייקל סלעיגער, וועלכער האט זיך דערקלערט שולדיג פאר'ן שיסן דעם שווארצן וואלטער סקאט אין רוקן און פארלעצן זיינע סיוויל רייטס, וויבאלד סקאט איז געווען אומשעדליך בשעת סלעיגער האט אים געשאסן. די שיסעריי פון סקאט, האט געברענגט אן איבערקערעניש איבער'ן לאנד, וויבאלד ווען די ווידעא איז פארשפרייט געווארן, האט מען קלאר געזען וויאזוי סקאט איז אנטלאפן פונעם פאליציאנט, און סלעיגער איז אים נאכגעלאפן און געשאסן פאר קיין שום סיבה נישט. פראקורארן האבן געוואלט לעבנסלענגליכע טורמע פאר סלעיגער, אבער דער ריכטער האט ארויסגעגעבן א 20 יאר טורמע אורטייל, וואס עקספערטן צייגן אן אז דער פאקט אז סלעיגער איז בכלל דערקלערט געווארן שולדיג אויף מארד, איז זעלטן, וויבאלד ענליכע שיסערייען דורך ווייסע אפיצירן אויף שווארצע אין די לעצטע פאר יאר, אין באלטימאר-מערילאנד, שארלעט-נארט קעראליינע און פורגעסאן-מיזורי, האבן נישט פראדוצירט ביים ענדע קיין שום שולד-אורטיילן אויף די פארמישט אפיצירן.

בילד: דער געוועזענער פאליציי אפיציר מייקל סלעיגער

בילד: וואלטער סקאט

בילד: [געוועזענער] פאליציי אפיציר מייקל סלעיגער שיסט וואלטער סקאט אין רוקן!

בילד: [געוועזענער] פאליציי אפיציר מייקל סלעיגער נאכן קאלטבלוטיג שיסן וואלטער סקאט אין רוקן!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל