אהייא – די אמעריקאנער "דזשי-אי" עלעקטעריק פירמע האט נעכטן געמאלדן, אז זי וועט שניידן אזויפיל ווי צוועלעף טויזנט דזשאבס אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן, מיט'ן ציהל זיך צו שפארן איין ביליאן דאלער אין איר "עלעקטעריק קראפט" דעוויזיע, וועלכע העלפט פראדוצירן א דריטל פון עלעקטעריציטעט וואס ווערט פארנוצט איבער דער וועלט. "דזשי-אי" פארמאגט א סך הכל פון 295 טויזנט ארבעטער, און דעריבער קומט דער שניט אויס בלויז 4 פראצענט פון איר גאנצע ארבעטס-קראפט, אבער פאר די באטראפענע וועלכע וועלן פארלירן זייערע דזשאבס, איז דאס שווערע נייעס. א ווארטזאגער פאר די פירמע האט געזאגט אז א הויפט פאקטאר וואס האט געברענגט צו שניידן די דזשאבס, איז צוליב וואס מער מענטשן הייבן אן נוצן סאלאר, ווינט און אנדערע קוועלער פאר טרייב-קראפט, און די פירמע זעהט שוין נישט קיין גרויסן צוקונפט אין דעם אפטיילונג. די פירמע זאגט באזונדער אז טראץ וואס א גרויסע פראצענט פון די דזשאבס שניטן וועלן זיין אין אמעריקע, וועט אבער דאס מערסטע באטראפן ווערן אירע פאבריקן אין שווייץ און דייטשלאנד.
הוסף רשומת תגובה