סאו פאלאו – די צווייט-עלטסטע קהילה אין שטאט סאו פאלאו, וועלכע האט דאס מערסטע אידישע איינוואוינער פון גאנץ בראזיל, וועט אין די קומענדיגע וואכן באנייען א הערליכע נייע שוהל, מיט גענוי הונדערט יאר נאכדעם וואס די ערשטע היסטארישע שוהל פון די קהילה האט זיך געעפנט. די רעדע איז פון די "כנסת ישראל" קהילה וואס איז געגרינדעט געווארן אין שנת תרע"ו און מיט 2 יאר שפעטער האבן זיי געענדיגט בויען זייער שוהל, וואס האט מיט די יארן באקומען דעם אומאפיציעלן נאמען "גרויסע שוהל" און אזוי איז עס גערופן געווארן אין לויף פון די לעצטע 100 יאר. אין לויף פון ביידע וועלט מלחמות, האט די כנסת ישראל קהילה אין סאו פאלאו אריינגענומען אידישע פליטים פון אנדערע לענדער, און זיי זענען באקוועם געמאכט געווארן אינעם "גרויסן שוהל", אבער נישט לאנג נאכ'ן קריג, האט דער שוהל אנגעהויבן פארנאכלעסיגט ווערן, ביז אין תשנ"ד, ווען הרב מאטל מאלאוואני הי"ו איז אויפגענומען געווארן אלס רב, און אונטער זיין פירערשאפט, האט די קהילה אפגעקויפט א נייע געביידע, און אצינד גייט עס אט באנייט ווערן.

בילד: נייע "גרויסע שוהל" אין בראזיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל