ווארשא – קערפערליכע איבערבלייבענישן זענען ליידער אפירגעגראבן געווארן בשעת קאנסטרוקציע ארבעט, נעבן א אידישן בית החיים אין מזרח פוילן. די עצמות זענען אויפגעגראבן געווארן דורך שטאטישע ארבעטער וועלכע האבן געגראבן צו אינסטאלירן נייע עלעקטעריציטעט דראנטן אין דער שטאט סמיאטיטש, און די ארבעטער איז נישט געטאן געווארן ממש אויפן בית החיים, נאר גאר נאנט צום צוים, און פארט האט מען געטראפן די עצמות. דער פוילישער הויפט רב הרב מיכאל שודריך שליט"א, האט אין א סטעיטמענט אויסגעדרוקט שאק, זאגנדיג אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי די שטאטישע באאמטע אין סמיאטיטש האבן זיך נישט דאס מינדעסטע גערעכנט אז עס קענען זיין עצמות אויך ארום דעם צוים פונעם בית החיים, און הרב שודריך האט פארלאנגט אן אויספארשונג. דער סמיאטיטשער מעיאר, פיטער סיניאקאוויטש, האט געזאגט אז ער פארשטייט אז מען דארף רעספעקטירן אידישע עצמות, אבער איז אנטוישט איבער די שארפע ווערטער פון הרב שודריך, וויבאלד די מוניציפאליטעט נעמט גאר גאר קעיר פונעם בית החיים איבער'ן יאר. דער מעיאר האט אויך געזאגט אז די עצמות זענען איבערגעגעבן געווארן פאר די פוילישע רבנים צו קומען פריש לקבורה.

בילד: עצמות געפונען נעבן פוילישן ביה"ח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל