בעלגיע – די אייראפעאישע יוניאן האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט אריינגעבן קלאגעס קעגן די רעגירונגען פון פוילן, אונגארן און טשעכיי, צום אייראפעאישן געריכט, איבער דעם וואס די דריי לענדער אנטזאגן זיך אריינצונעמען פליטים. די אייראפעאישע יוניאן זאגט אז וויבאלד די דריי לענדער זענען אפיציעל טייל פונעם יוניאן, דארפן זיי זיך צושטעלן צו די פארשריפטן און רעגולאציעס, וועלכע פארלאנגט אז יעדעס לאנד זאל האבן אן אקטיווע פליטים סיסטעם און ארייננעמען פליטים. די קלאגע באציהט זיך ספעציפיש אויף א נייע פלאן וואס די אייראפעאישע יוניאן האט באשטעטיגט אין יאר 2015, זיך צו קענען אן עצה געבן מיט'ן פלייץ פון פליטים און אימיגראנטן פון סיריע, ליביע און אנדערע מלחמה-פארמישטע לענדער, וואס א מערהייט זענען ביז דאן נאר געגאנגען קיין גריכנלאנד און איטאליע, און די אייראפעאישע באאמטע האבן געוואלט אז אנדערע לענדער זאלן אויך ארייננעמען פליטים. אויב וועט דער אייראפעאישער געריכט, באזירט אין לוקסעמבורג, דערקלערן די דריי דערמאנטע לענדער אלס פארלעצער פונעם יאר 2015 אפמאך, קענען זיי אויסשטיין גרויסע געלט שטראפן.

בילד: אייראפעישע פליטים

בילד: פוילן איז שטרענג קעגן פליטים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל