אטענס – נעכטן האט דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן אפגעשטאט א באזוך אין גריכנלאנד, זייענדיג דער ערשטער טערקישער פרעזידענט אין 65 יאר צו באזוכן דארטן. גריכנלאנד און טערקיי האבן א לאנגע היסטאריע פון אנגעצויגנקייטן און קאנפליקטן צווישן זיך, אריינגערעכנט דאס וואס זיי האבן זיך געשלאגן איבער עטליכע אינזלען אינעם אזשיאן ים, וואס האט שיער געברענגט א מלחמה אין 1996, און אויך האבן די צוויי לענדער דערווייל נישט דערגרייכט א שלום אפמאך אין די צעשפליטערטע סייפרוס, וואס צפון זייט פון סייפרוס איז אינוואדירט געווארן דורך טערקיי אין 1974. ביים באזוך נעכטן, האט ערדואן אראפגעריסן די גריכישע רעגירונג פאר'ן נישט געהעריג אימפלעמענטירן דעם "טריעטי אוו לאוסאן" וועלכע האט קלארגעשטעלט טערקיי'ס נייע גרעניצן נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אבער דער גריכישער פרעזידענט פראקאפיס פאולאפולוס האט אוועקגעמאכט די קריטיק. דער גריכישער פרעמיער מיניסטער אלעקסיס ציפראס, מיט וועמען ערדואן האט יא א פארשטענדעניש, האט פרובירט לויזער צו מאכן די אנגעצוינקייט און געזאגט אז ביידע לענדער וועלן ארבעטן צו לעזן די דיפערענצן.

בילד: ערדואן'ס אנגעצויגענע באזוך אין גריכנלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל