ירושלים – נעכטן האט מען שוין אנגעהויבן זעהן די ביטערע קאנסעקווענצן פון דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן אז זי אנערקענט ירושלים אלס דער הויפטשטאט פון מדינת ישראל, ווען די פאלעסטינער האבן זיך ארגאניזירט און גערופן פאר א פרישע אינטיפאדא, ה' ירחם, קעגן מדינת ישראל.

אינעם מערב ברעג זענען הונדערטער פאלעסטינער נעכטן ארויסגעקומען אין די גאסן און האבן פראטעסטירט און ראיאטירט. די ציוניסטישע מיליטער איז אריינגעקומען מיט א ווילדקייט און האט געשאסן טרערן-גאז אויף די פראטעסטירער, פון וועלכע אמווייניגסטנס 31 זענען פארוואונדעט געווארן.

באזונדער האט מען געהערט פונעם כיזבאלא פירער שעיך כאסאן נאסראלא, א רוף אז אלע אראבער פונעם גאנצן מיטל מזרח ראיאן און פון איבער דער וועלט, מוזן זיך פאראייניגן און שטיצן די נייע פאלעסטינער אינטיפאדא, רופנדיג אויך צו אראבישע לענדער צו באשטראפן אמעריקע'ס אמבאסאדארן ביי זיי אין לאנד.

אייראפעאישע אידן האבן שוין אנגעהויבן שפירן די קאנסעקווענצן אויף די אייגענע הויט, ווען א פארשוין מיט א פאלעסטינער פאן האט אויסגעשאסן די פענסטערס פון א גלאט-כשר'ן אידישן רעסטוראנט אינעם אידישן געגנט אין אמסטערדאם, האלאנד. יענער איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי און ווערט אויסגעפארשט.

כלל ישראל פון איבער דער וועלט קוקט זיך צו מיט זארג און אנגסט, און מען איז מתפלל צו השי"ת אז ער זאל האלטן די רעכטע האנט און קיין שום שלעכטס זאל נישט פאסירן אלס רעזולטאט פון די אנטוויקלונגען.

בילד: אראבער רופן פאר פרישע אינטיפאדא, ה"י, איבער ירושלים אנערקענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל