וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן פאראייניגט באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט העלפן איבערלעבער פונעם צווייטן וועלט קריג, און זייערע פאמיליעס, צו באקומען רעסטיטוציע געלטער, אדער צוריקבאקומען זייערע חפצים און פראפערטיס וואס זיי האבן פארמאגט אין אייראפע בעפאר דער קריג. דאס "יוסטיץ פון אומקאמפענסירטע איבערלעבער" געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן אין פעברואר דורך א גרופע פון דעמאקראטישע און רעפובליקאנער סענאטארן, און עס פארלאנגט פונעם סטעיט דעפארטמענט נאכאנאנד צו באריכטן איבער'ן פארשריט פון אייראפעאישע לענדער, וואו זיי האלטן מיט'ן צוריקגעבן חפצים און פראפערטיס פאר אירע אריגינעלע אידישע אייגנטימער, אדער אמווייניגסטנס דער סטאטוס פון רעסטיטוציע געלטער, אין פעלער וואס מען קען נישט געהעריג לייגן קיין האנט אויפ'ן גערויבטן חפץ אדער פראפערטי. אידישע ארגאניזאציעס האבן באגריסט די סענאט אפשטימונג און גערופן צו קאנגרעס, אז זיי זאלן באשטעטיגן דעם זעלבן ביל, וועלכע ליגט שוין עטליכע מאנאטן אויפן קאנגרעס סקעדזשועל.

בילד: סענאט ביל וועט העלפן קריג איבערלעבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל