ניו דזשערסי – נאענט צו צוויי מאנאטן נאכדעם וואס דער טאון קאונסיל אין דזשעקסאן, ניו דזשערסי, האט געשטימט אויף א ביל וועלכע וואלט גענצליך פארבאטן סיי וועלכן עירוב אין זייערע גרעניצן, האט דער קאונסיל באשלאסן צוריקצודרייען זייער פאזיציע און האט אויפגעגעבן דעם קאמף קעגן עירובין. דער קאונסיל האט געהאט געשטימט אויף א געזעץ, וועלכע האט נישט קלאר ארויסגעשריבן אז עס זענען פארבאטן אוועקצושטעלן עירובין, אבער עס האט איינגעשטעלט פארשידענע צוימונגען קעגן ארויסשטעלן בענדלעך און שטאנגען אויף פובליק גאסן, וואס יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז קלאר געצילט קעגן די עירובין. עסקנים האבן באלד אונטערגענומען א קאמף, זאגנדיג פאר די טאון באאמטע אז זיי וועלן קלאגן אין געריכט איבער רעליגיעזע דיסקרימינאציע, און נאכדעם וואס ס'איז פאראיבער עטליכע וואכן, האט דער טאון באשלאסן אז עס לוינט זיך נישט פאר זיי, ווייל א געריכטליכער קאמף וועט זיי קאסטן צופיל געלט, און פון היינט און ווייטער וועלן ארטיגע אידן ווייטער קענען בויען עירובין.

בילד: ניו דזשערסי שטאט גיט אויף עירוב קאמף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל