וואשינגטאן — פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויף טוויטער געשריבן א שארפן מעסעדזש אין ריכטונג פון דעמאקראטישע ניו יארק סענאטארשע קירסטין דזשיליבראנד, שרייבנדיג "לייכט-וואגיגער סענאטאר קירסטין דזשיליבראנד, א טאטאלער פּאפּעט פאר טשאק שומער און עמיצער וואס פלעגט קומען צו מיין אפיס זיך צו בעטן פאר קאמפיין ביישטייערונגען נישט צו לאנג צוריק (און פלעגט טאן אלעס, צו קענען באקומען די ביישטייערונגען) איז יעצט אינעם צענטער שלאגנדיג זיך קעגן טראמפ. זייער אומגעטריי צו ביל און קרומע-גענוצטע".

(הבחור הזעצער: נישט קלאר וואס די ענדע פונעם פרעזידענט'ס מעסעדזש באדייט, אבער ער איז ווארשיינליך אנגעקומען צום לימיט בוכשטאבן אויף טוויטער, וועלנדיג שרייבן "ביל און קרומע-הילערי...) טראמפ'ס אטאקע אויף דזשיליבראנד איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס זי האט גערופן פאר א סענאט אויספארשונג איבער טראמפ'ס פערזענליכע מיסברויכן און געזאגט אז טראמפ מוז רעזיגנירן זאפארט.

טוויט: טראמפ רייסט אראפ קירסטין דזשיליבראנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל