וואשינגטאן – א מאיאריטעט אמעריקאנער בירגער גלייבן, אז פרעזידענט טראמפ האט אמווייניגסטנס פרובירט צו שטערן יוסטיץ און שטערן די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער רוסלאנד'ס ראלע אין באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. דאס קומט פון א פרישע "קוויניפיאק" אנקעטע, וועלכע צייגט אז 57 פראצענט וויילער האלטן אז טראמפ פרובירט צו שטערן די רוסלאנד אויספארשונגען, און 38 פראצענט זאגן קאטעגאריש אז נישט. די זעלבע אנקעטע צייגט אז א מאיאריטעט אמעריקאנער, 48 פראצענט, האלטן אז טראמפ האט נישט פערזענליך קאאפערירט מיט די רוסן אין זייער קאמפיין צו שטערן פרוי קלינטאן געווינען די וואלן, אבער א שטארקערע מאיאריטעט, 52 פראצענט, זאגן אז געוויסע אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין האבן יא קאאפערירט מיט די רוסן איבער דעם.

בילד: רוב אמעריקאנער: טראמפ געשטערט יוסטיץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל