אוסטין – א טעקסאס יוגנטליכער איז נעכטן ערשינען אין געריכט, ווערנדיג אנגעקלאגט מיט קלאגעס אז ער האט געשטיצט די אייסיס טעראר גרופע און האט פארשפרייט אנווייזונגען און ווידעאס וויאזוי צוזאמצושטעלן באמבעס. דער אכצן יעריגער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קהאן סערקאן דאמלארקאיא (Kaan Sercan Damlarkaya), וועלכער איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענעם פרייטאג נאך א געהיימער עף-בי-איי אפעראציע, אין וועלכע דאמלארקאיא האט אומוויסנדיג דערציילט פאר עף-בי-איי אגענטן אז ער פלאנירט צו פארן קיין אויסלאנד, זיך אנצושליסן אין אייסיס, און אויב דאס וועט זיך אים נישט אויסארבעטן, וועט ער דורכפירן א טעראר אטאקע אין אמעריקע. אויך האט דאמלארקאיא ארומגעשיקט אויפ'ן אינטערנעט פארשידענע אייסיס פראפאגאנדע ארטיקלען, און ווידעאס וויאזוי מ'קען גרינגערהייט צוזאמשטעלן באמבעס. אויב וועט ער געפינען ווערן שולדיג אויף אלע קלאגעס, שטייט ער אויס 20 יאר טורמע.


בילד: טעקסאס יוגנטליכער געקלאגט איבער אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל