לאס אנדזשעלעס – אמעריקאנער בירגער, און ספעציפיש ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן, קוקן ארויס אויף דער מינוט ווען טראנזיט אויטאריטעטן אין אלע סטעיטס און סיטיס, וועלן ענדליך ערזעצן די אלטע שמוציגע, דיזעל-נוצנדיגע באסעס, מיט שפאגל-נייע עלעקטראנישע באסעס, אבער אן אנאליז וואס "רויטערס" האט נעכטן פובליצירט דעקט אויף, אז טראנזיט אויטאריטעטן יאגן זיך בכלל נישט עס צו ערלעדיגן. אלעס אינאיינעם זענען פארהאן 65 טויזנט פובליק באסעס וועלכע פארן יעדן איינציגן טאג ארום איבער'ן לאנד, און פון די 65 טויזנט, זענען דערווייל בלויז דריי הונדערט עלעקטראנישע באסעס.

רויטערס האט אויסגעפרעגט פילע טראנזיט אויטאריטעטן אין גרויסע אמעריקאנער סיטיס, אריינגערעכנט לאס אנדזשעלעס, באסטאן און שיקאגא, און אלע האבן געזאגט אז די סיבה פארוואס זיי יאגן זיך נישט צו ערזעצן די אלטע דיזעל באסעס מיט עלעקטראנישע באסעס, איז צוליב וואס אן עלעקטראנישע באס קאסט פיל טייערער ווי א געווענליכע אלטע סארט באס, און צווייטנס וויבאלד עס איז נאכנישט קלאר אז די עלעקטראנישע באסעס קענען טאקע ארבעטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם אין גאר-פארנומענע און קאמפליצירטע סיטי טראפיק.

בילד: ווייניג אינטערעסע אין עלעקטראנישע באסעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל