ווירדזשיניע – די אויטאריטעטן אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע האבן אפגעווארפן א פערמיט פארלאנג פון ווייסע נאציאנאליסטן אפצוהאלטן א פרישן מארש אין שטאט. די נאציאנאליסטן האבן געוואלט באקומען א פערמיט אפצוהאלטן א מארש קומענדיגן זומער, אפצוצייכענען דעם ערשטן יארטאג פון ווען זיי האבן אפגעהאלטן זייער ערשטן מארש, וואס האט זיך געענדיגט מיט ראיאטן און מיט א טויטליכער קאר אטאקע, ווען איינער פון די ווייסע נאציאנאליסטן האבן אראפגעקלאפט מיט זיין קאר א גרופע ליבעראלע קעגן-פראטעסטירער, פון וועלכע איינער איז אומגעקומען און עטליכע אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. די שארלוטסוויל אויטאריטעטן האבן געזאגט אז זיי וועלן צוריקווייזן דעם פערמיט, צוליב דער זיכערהייט פון די איינוואוינער.

הוסף רשומת תגובה