דער ביל שניידט שטייערן פאר ארום 80% אמעריקאנער, און טוט אויך מאכן דעם שטייער קאוד מער איינפאך, דורך איינטיילן די ברעקעטס פאר אינדיווידועלע פארדינער אין בלויז 3 פארדינער שטאפלען, און דעם קארפארעיט שטייער אין בלויז איין ברעקעט פון 21%, אנשטאט ביז יעצט, ווען יעדע קארפאראציע האט געצאלט אנדערע פראצענטן צווישן 15% און 39.9%. אזוי אויך טוט עס עלימינירן צענדליגער שטייער קרעדיטס און דעדאקשענס, וואס מאכן דאס פיילן שטייערן פילפאכיג מער קאמפליצירט.

דאס געזעץ וועט אריינגיין אין עפעקט אין בלויז 12 טעג, וואס באדייט אז עס וועט שוין עפעקטירן די שטייערן פון היי-יאר. דער ביל וועט איינטיילן פערזענליכע שטייערן אין 6 ברעקעטס ווי פאלגנד:

37% -- פאר אינדיווידועלן וואס פארדינען איבער $500,000, אדער פארהייראטע פאר-פעלקער וואס פארדינען איבער $600,000. 

35% -- פאר פארדינער פון $200,000 אדער פארפעלקער וואס פארדינען $400,000.

32% -- פאר אינדיווידועלן וואס פארדינען איבער $157,000 אדער פאר-פעלקער איבער $315.000.

24% -- פאר אינדיווידועלן וואס פארדינען איבער $82,000 אדער פאר-פעלקער איבער $165.000.

22% -- פאר אינדיווידועלן וואס פארדינען איבער $38,700 אדער פאר-פעלקער איבער $77,400.

12% -- פאר אינדיווידועלן וואס פארדינען איבער $9,525 אדער פארפעלקער איבער $19,050. (זיי וועלן אייגנטליך באקומען מער ווי זיי צאלן נאך די דעדאקשענס.)

גלייכצייטיג העכערט דער ביל דעם דעדאקשען פאר פאמיליעס, וואס באדייט אז עס וועט שטיין ביי $12,700 פאר אינדיווידועלן און $24,000 פאר פארפעלקער. אזוי אויך זענען קינדער שטייער קרעדיטס פארטאפלט, פון טויזנט צו צוויי טויזנט, אבער בלויז $1,400 דערפון איז רעיפאנדעבל, וואס באדייט אז מען באקומט עס אפילו מען האט נישט געצאלט מער שטייער דערפון.

לויט די ציפערן פון די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנעלע בודזשעט, וועט א פאמיליע וואס פארדינט אונטער $25,000 א יאר זען א שטייער שניט פון ארום $60, און א פאמיליע וואס פארדינט איבער $733,000 וועט זען א שטייער שניט פון ארום $51,000 אין דורכשניט.

פילע איינצלהייטן פונעם געזעץ און די עלימינירונגען פון געוויסע שטייער קרעדיטס וועלן אפלויפן אין די קומענדיגע יארן, און קאנגרעס איז דעריבער ערווארטעט צו אריינלייגן וויכטיגע טוישן אין די קומענדיגע יארן. די זעלבע אומפארטייאישע שטודיע גרופע זאגט, אז אויב וועלן אלע איינצלהייטן פונעם ביל בלייבן, וועט דאס אייגנטליך ברענגען דערצו, אז אין יאר 2027 וועלן רוב אמעריקאנער צאלן מער שטייערן ווי אונטער דעם יעצטיגן געזעץ, און אזוי אויך וועט העלט אינשורענס דראסטיש שטייגן, אויב וועט קאנגרעס נישט אויפקומען מיט אן אלטערנאטיווער לעזונג.

צווישן די רעפובליקאנער וועלכע האבן געשטימט אין קאנגרעס קעגן דעם ענדגילטיגן שטייער ביל וואס איז נעכטן אריבער אין סענאט, זענען די מערהייט די קאנגרעסלייט פון ניו יארק, ניו דזשערזי און קאליפארניע, וואו פילע איינוואוינער וועלן אין אן אלגעמיין זען א העכערונג אין זייערע שטייערן אלס רעזולטאט פון דעם ביל. דער ביל עלימינירט וויכטיגע שטייער קרעדיטס וואס ווערן אראפגערעכנט צוליב די הויכע שטייערן וואס מען צאלט פאר די סטעיט און סיטי, און אזוי אויך עלימינירט עס א שטייער אויף מארטגעדזש אינטערעסט, וואס איז וויכטיג פאר ניו יארקער היים אייגנטימער.

בילד:פרטים פונעם שטייער ביל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל